״קרן תוספות יום טוב״ איז געגרינדעט געוואָרן מיט איין ציל: צו מפרסם זיין דעם דבר ה׳ זו הלכה און די דברי רבותינו מאורי הדורות, צו מעורר זיין, אַריינצובאַקן און איינצופּרעגן אין כלל ישראל דאָס וואָס איז בעצם פּשוט און קלאָר פאַר יעדן אידיש קינד, אַז ״בשעת׳ן רעדן צום רבוש״ע, רעדט מען נישט״!
״קרן תוספות יום טוב״ ווערט גערופן על שמו ולזכרו פונעם גאון ישראל וקדושו אשר בכוחו ובזכותו אנו חיים וקיימים, בעל תוספות יום טוב זי״ע, וואס אותו צדיק וקדוש, עיר וקדיש מן שמיא, האָט מגלה געווען פאַר כלל ישראל אַז אָט דער כח פון ״נישט רעדן ביים דאַווענען״ איז וואָס וועט ראַטעווען כלל ישראל פון די ביטערסטע גזירות, און דעריבער מחבר געווען דעם באַרימטן ״מי שברך״ מיט די וואונדערליכע ברכות פאַר די אַלע וואָס רעדן נישט בשעת התפלה.
די כסדר׳דיגע מודעות, וועכנטליכע גליונות, און פּעולות חובקות זרועות עולם האָבן ב״ה סוקסעספול געברענגט דערצו אז: צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גאָרער וועלט, האָבן גענומען אויף זיך די ״קבלות״ נישט צו רעדן ביים דאַווענען, און הונדערטער קהלות, בתי מדרשים, ישיבות תלמוד תורה׳ס, טוען דורכפירן ״קבלה קאמפּיינס״ און פעדימען איין די תקנה שלא לדבר בשעת התפלה כיתד בל תמוט, און דעם ״תוספות יום טוב׳ס מי שברך״ איז היינט געוואָרן אַ נחלת הכלל!
אין הונדערטער שולן איבער ניו יאָרק און אַלע היימישע שטעט איבער דער וועלט איז אַנטשטאַנען אַ פלאַקערדיגע אויפוואַכונג איבער ״נישט רעדן ביים דאַווענען״. רבנים ואדמורי״ם שליט״א האלטן דרשות און שטעלן איין תקנות; טויזנטער אידן אנשים נשים וטף שרייבן אונטער; די גבאי הקהלות מאכן דעם ״תוספות יום טוב׳ס מי שברך״; אלפי בחורי חמד און צאן קדשים זענען מקבל אויף זיך נישט צו רעדן ביים דאַווענען און אַלס רעזולטאַט ווערט דער ״קרן התפלה״ נתרומם ונתעלה מעלה מעלה.
דער קידוש שם שמים דערפון הילכט אָפּ מסוף העולם ועד סופו!
דאָס ברענגט אַ קוואַל פון וואונדערליכע ישועות וואָס אידן זענען זוכה צו זיין עין בעין בישועת ה׳! אין דעם וועכנטליכן גליון ״נקדישך״ וואס ערשיינט מדי שבוע בשבוע ווערן נתפּרסם טייל פון די שילדערונגען, און ס׳איז באמת מבהיל על הרעיון, ווי די אויפוואַכונג ברענגט אומגלויבליכע ישועות פאַר כלל ישראל!
בעצם איז דאָס אַלץ געווען אָנגענומען אַלס די שטאַרקסטע ״סגולה״ בדוק ומנוסה, צו זען רפואות; שידוכים; פרנסה; הצלה מצרה וצוקה; אין זכות וואָס מ׳נעמט זיך אונטער נישט צו רעדן ביים דאַווענען און קריאת התורה, און בכלל זיין נזהר אין מורא מקדש — אַזוי זאָגט מען דאָך אינעם הייליגן ״מי שברך״!
אצינד, בימינו אלה, זעט מען דאָס באַשיינפּערליך, הפלא ופלא! טויזנטער מענטשן, אין אונזערע טעג, דערציילן הפלא׳דיגע עובדות, וואונדערליכע עפּיזאָדן ווי זיי זענען געהאָלפן געוואָרן אין יעדע זאַך וואָס זיי דאַרפן, מיט הימלישע פּאַסירונגען ממש, נאָך אַ שטיק צייט וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען — און זיך געהאַלטן — צו די קבלות טובות ״שלא לדבר בשעת התפלה״.
וכולם מקבלים עליהם • לעמו מחיש ישועה נורא וקדוש!